קינדער וועלכע זענען פארברעכן באטראפענע
דא קענט איר אויסגעפונען וואס צו טוען אויב איר פארדעכטיגט א פארברעכן קעגן א קינד.
אויב איר פארדעכטיגט אז א קינד איז געווען אויסגעשטעלט צו גוואלדטאטן אדער מיסברויכן, זאלט איר דאס באריכטן פאר די פאליציי אויף 14 114 אדער צו די סאציאלע סערוויסעס דעפארטמענט אין די מוניציפאליטעט ווי דאס קינד וואוינט. אין נויטפעלער רופט 112.
איר קענט בלייבן אין געהיימניס אין אייער באריכט צו די סאציאלע סערוויס דעפארטמענט. איין אויסנאם איז דא, ווי איר האט א פארבינדונג מיטן קינד אין לויף פון אייער ארבעט.
די באריכט וואס איר גיבט איין איז פארן וואוילזיין פונעם קינד, אזוי אז עס זאל קענען אויסגעפארשט ווערן אויב דאס איז גערעכט אדער נישט.
די פאליציי פארשט אויס
די ארבעט פון די פאליציי איז אויסצופארשן פארדעכטיגטע פארברעכנס. די שוועדישע פאליציי האבן אויספארשער וואס זענען ספעציעל טרענירט צו ארבעטן מיט קינדער, און זענען צוגעוואוינט זיך צו טרעפן און רעדן מיט קינדער וועלכע זענען געווען אויסגעשטעלט צו יעדע סארט פארברעכן.
די סאציאלע סערוויסעס דעפארטמענט פארשט אויס און אורטיילט אויב א קינד איז נישט אין ארדענונג אדער איז אין געפאר פון ווערן מיסברויכט. אויב א פארברעך איז פארדעכטיגט, וועט דאס די סאציאלע סערוויסעס באריכטן פאר די פאליציי.
אויב דארפט איר הילף
אויב איר אליין זענט געווארן גשעלאגן אדער געשעדיגט סיי וויאזוי, קען זיין גוט ווען איר רעדט מיט ערוואקסענעם אין וועמען איר האט צוטרוי. קען זיין עס איז דא איינער אין שולע, א לערער, א שולע וועלפער אפיציר, אדער א נוירס. דער פערזאן קען אייך געבן ראט אדער אייך העלפן אויב ווייסט איר נישט וואס צו טוען.
עס זענען אויך פאראן ספעציעלע ארגעניזאציעס וועלכע ארבעטן צו ארויסהעלפן און שטיצן קינדער. BRIS - קינדער'ס רעכטן אין געזעלשאפט – איז איינס פון זיי.