הילף פאר פארברעכן באטראפענע
דא קענען פארברעכן באטראפענע באקומען אינפארמאציע וועלכע סארט הילף און שטיצע זיי קענען באקומען.
אין פארבינדונג מיט דעם וואס איר מאכט א באריכט, איז די שוועדישע פאליציי פארפליכטעט אייך איינצומעלדן פון אייער רעכט נאך שטיצע.
די אינפארמאציע קען זיין איבער:
- פארשידענע געלעגנהייטן פאר באצאלונג. אזויווי באצאלונג פאר פארברעכן שאדנס ווי עס ווערט באשלאסן דורך די פארברעכן באטראפענע צאלונג און שטיצע:
- וועלכע אנדערע אויטאריטעטן און ארגעניזאציעס, און אנדערע, קענען צושטעלן הילף און שטיצע:
- איבער וויאזוי די באריכט וועט באהאנדלט ווערן דורך די שוועדישע פאליציי און אנדערע לעגאלע סיסטעמען און די צוקונפט: און
- עטליכע סארטן אינפארמאציע איבער פארברעכן פארמיידונג.
מוניציפאלע סאציאלע סערוויסעס זענען די וועלכע זענען פאראנטווארטליך פאר אייך אלס א פארברעכן באטראפענע און אייער אפהענגונג אויף הילף און שטיצע. דאס קען זיין פינאנציעלע, פראקטישע און פסיכילאגישע הילף. אין געוויסע מוניציפאליטעטן, זענען פאראן ספעציעלע הילף צענטערן פון יונגערע פארברעכן באטראפענע. עס זענען פאראן מערערע נישט-פאר-פראפיט אסאסיאציעס וועלכע גיבן זיך אפ מיט שטיצן און העלפן פארברעכן באטראפענע, צום ביישפיל, קריים וויקטימ'ס עיד און פרויען קרייסיס צענטער.
איבערטייטשער
איר קענט באקומען הילף פון א איבערטייטשער אין פארבינדונג מיט די פאליציי באריכט און פארברעך אויספארשונג.
שטיצע-פערזאן
אין מערסטנס פעלער, אלס א אנקלעגער וואס איז א פארברעך באטראפענער, האט איר די רעכט מיטצוברענגן א שטיצע-פערזאן אין לויף פון די אויספרעגעניש דורך די פאליציי און אין פארבינדונג מיטן פראצעס. איר באשליסט ווער אייער שטיצע-פערזאן וועט זיין. עס קען זיין א פריינד, א באאמטער פון די סאציאלע סערוויסעס, אדער איינער פון קריים וויקטימ'ס עיד אדער פרויען קרייסיס צענטער. דער שטיצע-פערזאן באקומט נישט באצאלט פאר זיין באטייליגונג.
עדות שטיצע
עדות שטיצע איז אויך גרייט. די אויפגאבע פון עדות שטיצע איז צו זיין גרייט אין די געריכט ווארט זאל ארויסצוהעלפן מיט אלגעמיינע אינפארמאציע און שטיצע פאר די עדות און דער אנקלעגער, ביידע בעפאר און נאך די געריכטליכע פראצעדורן. אויב ווילט איר מער אינפארמאציע איבער שטיצע פאר עדות, קענט איר זיך פארבינדן מיט די דיסטריקט געריכט אדער אפעלאט געריכט ווי די פראצעס דארף פארקומען.